לעאָנאַרד שוואַרץ
Leonard Schwartz
לעאָנאַרד שװאַרץ איז געבוירן געוואָרן אין 1963 אין ניו־יאָרק. דעביוטירט אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע מיט דעם ליד ”Exiles: Ends” ("דער קץ") און דעם פֿאַקט, וואָס דער דעביוט זײַנער איז געווען טעמאַטיש אַ "ייֽדישער", האַלט דער מחבר פֿאַר זייער אַ וויכטיקן אין זײַן פּאָעטישער ביאָגראַפֿיע: דאָס ליד האָט פֿון אָנפֿאַנג אָן אידענטיפֿיצירט דעם אויטאָר און דעם שווערפּונקט פֿון זײַן שאַפֿן, דעם עיקר פֿון זײַן װעלט־עמפֿינדונג, וואָס איז דײַטלעך אויסגעדריקט געווען אין די לעצטע שורות פֿון ליד:
דערמאָנונגען וועגן אַנדערע שטעט, די קאַטשקעס וואָס שווימען
שטום אויף די מזרך־בערלינער וואַסערן,
שמוץ פֿון דעם קריג ליגט נאָך אַלץ אויף די גאַסן.
אַן עלעגישע נאַכט, די שפּעט־האַרבסטיקע גראָזן
און דער שטאָלץ צו אַנטדעקן: דער טעמפּל ,Kristallnacht
אַ קריסטאַל־ריינע נאַכט און דער קוואַל פֿון אויפֿרעגונג:
די אײַנגעפֿאַלענע, מיט ברעטער פֿאַרקלאַפּט שיל,
די געבורט פֿון דעם גלות־סטיל.
דאָס אומקערן זיך צו דעם חורבן, נאָך און נאָך אַ מאָל, אָן קיין אויפּהערן,
צונויפֿזאַמלענדיק אין זיכּרן דעם חושך און פֿאַרויסזאָגנדיק אים אַ ברייטערן צײַטרוים. אַ ביטערע קעלט. די שטערן
מיט זייער געטריקנטער מילך, דאָס זייגן דעם טרויער,
פּוכלע איינזאַמקייט וואָס איז פֿאַרבאָרגן אין שטיין.
די נאַכט – דער עקסאָדוס־עקסיל־עליקסיר
פֿאַרקלעמט מיר דאָס האַרץ – אָ־די נאַכט, דער שוימיקער הבֿל.
"ווען איר ווייסט, – שרײַבט מיר אין אַ קורץ בריוועלע דער דיכטיר, - וואָס פֿאַר אַ כּבֿוד און וואָס פֿאַר אַ פרייד דאָס איז פֿאַר מיר: מײַן "נײַער בבֿל" וועט אָפּגעדרוקט ווערן אויף ייֽדיש, דערבײַ נאָך אין "פֿאָרווערטס“, וועלכער איז שוין כמעט אַ יאָרהונדערט צוריק, ווען ס'האַט אים איבערגענומען אברחם כהן, געווען אַזאַ וויכטיקע צײַטונג... טאַקע אויף ייֽדיש פֿלעגן רעדן מיט מיר די באָבע און דער זיידע, און כ'מיין, אַז נאָך הײַנט אפֿילו וואָלט איך געקענט לייענען און פֿאַרשטיין אַ ייֽדישן טעקסט, אין אַ לאַטיינישער אָבער טראַנסקריפּציע...".
דער אינטערעס צו זײַן ייֽדישן אָפּשטאַם איז געווען, זעט אויס, בײַ דעם פּאַעט אַ ממשדיקער, אַ טיפֿער, ווײַל שוין אין די 80ער קומט ער קיין ירושלים און פֿאַרבלײַבט דאָרט אויף אַ לענגערער צײַט - לערנט תנך־העברעיש אין דעם העברעישן אוניווערסיטעט. "אַ סך אויסצולערנען - איז ער זיך שפּעטער מודה, - האָב איך דעמאָלט, דעם אמת געזאָגט, ניט באַוויזן: די שטאָט איז געווען אַזאַ אַ פֿאַרבלענדנדיקע, אַ פֿאַרפֿירנדיקע..."
"לעאָנאַרד שװאַרץ איז אַ פּאָעט, וואָס די שטאָט איז פֿאַר אים אי געשיכטע, אי געהיימעניש, - שרײַבט אין "The Washington Review" דער ליטעראַטור־קריטיקער גײַ דעווענפּאָרט (Davenport Guy),- און דער
פּאָעט טוט פֿאַר אונדז די שטאָט ניט אויס - ער גיט אונדז זי צו דערזען אין פֿולער פֿינצטער און סוֹדותדיקייט".
הײַנט איז לעאָנאַרד שוואַרץ באַקאַנט ווי אַ דיכטער און עסיייֽסט, אין דער ביבליאָגראַפֿיע־רשימה ווערן קודם־כּל אָנגערופֿן זײַנע "ווערטער פֿאַרן אַרויסברענגען", "גנאָסטיק־ברכה" און "אַ בילעט צום ראַנד פֿון די חפֿצים". זײַן נײַע לידער־זאַמלונג "דער טורעם פֿון כּלערליייֽקע ברעגן" וועט דערשײַנען דעם האַרבסט אין "טאַליזם"־פֿאַרלאַג ( ".("Talism
"לעאָנאַרד שוואַרץ, - שרײַבט דער "American Book Review" - אַרבעט דערפֿאָלגרײַך אין אַ טראַדיציע, וואָס פֿאָדערט פֿון אירע נאָכפֿאָלגערס אַ קלאָרקייט אין אויסדריקן קאָמפּליצירטע געדאַנקן ווי אויך אַ הויך־לירישן ריינעם טאָן, מיט וועלכן דער פּאָעט באַהאַנדלט די עקסיסטענץ..."
זײַן ליד (אָדער קורצע פּאָעמע) "נײַער בבֿל" זאָגט זיך דער דיכטער אַרויס בלויז אין עטלעכע ווערטער: "כ'האָב געמאַכט אַ פּרוּווט עפּעס אויסלויכטן, אַויסליכטיקן אין ניו־יאָרק, עפּעס וואָס ס'וואָלט געקאָנט זײַן אַ ביסל אַנדערש ווי נאָך אַ מאָל די זעלבע אומזיניקע שׂינאה און דאָס מאניפּולירן מיט דער בלינדער אומזיניקער שׂינאה..."
ל. ב.
דער נייַער בבֿל
בבֿל, אַוודאי, איז דער טורעם־פֿאַל און דערנאָך – איבעראַל – דער מאַניפּולירטער צונויפֿמיש פֿון ווערטער.
בבֿל - די אורשפּראַך, וואָס נאָך איידער צו ווערן אַ לשון, איז זי שוין אַ ליד.
בבֿל איז ביידערליי – באָדן און נול, מיטל־ענגלישער גרונט און אַראַבישער בלויער זעפֿיר, ספֿירות, ציפֿערן, לאַטיניזירטער zero, לאָמיר אים אָנרופֿן נול־גרונט.
בבֿל – חוצפּה פֿון אַ דעמיֽורג, גאַווה אין האַרצן, זיקוראַט פֿון דעם אַלטן אכּד, אָנגעשטעלט אין דער זון, אין זייַן מויל – נאָך איין מויל, ס'תּאווה־מויל: דער מענטש שאַפֿט זיך געטער.
דאָרט וווּ פֿריֽער זענען געשטאַנען דער צפֿון־ און דרום־פֿאַלאָסים - גענעצט הייַנט אַן אָפּגרונט מיט רויך, וואָס דער בריז אים צעטראָגט אין די װײַטן.
אין דעם רויך ווערן לײַבער באַהאַלטן, וווּ מיר דעכען אײַן איינער דעם צווייטן.
בבֿל איז דאָך קאַבול.
אַרעס, דער גאָט פֿון מלחמות, צעשפּרייט זיך ברייט איבער שטעט: פֿורניטור־שטיקער פֿליֽען, ארויסגעריסן פֿון פּילאָטן־קאבינעס, קאַבול – דאָס איז בבֿל: בבֿל־ביבל אין שופֿלעדל ערגעץ אין אַ מאָטעל הינטער בירמינגעם אָדער אין אַלאַבאַמאַ, בבֿל - די עספּלאַנאַדע אין דעם Battery Park, בבֿל אין סאַן־דאָמינגאָ.
בבֿל: דאָס שענסטע אין דעם גאַנצן קאַשגאַר־געביט מיידל, אַ רויט קליידל, שוואַרצע האָר, שוואַרצע אויגן, פֿון אַ יאָר דרייַצן, קוקט אַנציקט אויף דער דאַמע, וואָס שפּאַצירט זיך און ווייסט ניט קיין זאָרגן אין די קרומינקע געסעלעך דאָ. דאָס מיידל מיט אירע צאַרטע פּאָר ליפּן און מיט די פּאָר ווערטער אויף ענגליש, וואָס זי ווענדט זיך מיט זײ צו דער לעדי: ?How do you do
דער זשוואַווער, צעכיצטער, משוגענער בבֿל, אַ שטאָט – קיין בזיון און קיין בושה! - וואָס זוכט אָבער עפּעס נאָך װײַטער און ווידער אין דער בלוייֽקער הייך.
בבֿל: מעסאָפּאָטאַמיע, איבערמעכטיק בעת תּקופֿות, תּחילת - גילגאַמעש פֿון אורוק. הייַנט איז בבֿל איראַק.
הײַנט איז בבֿל - באַגדאַד, הײַנט איז בבֿל - בעלגראַד, בבֿל איז - אונדזער הינטערהייפֿל, און די וועלט איז דער Trades ordW־צענטער וואָס הערט ניט אויף האַנדלען מיט סחורות און נעמען, מיט וועמען? - מיט זיך אַליין.
לעפּעטשעט אויף דרייַ צי דרייַ טויזנט לשונות, און סלינעט: גיי בינד אים אַ פֿאַרטעכל אונטער. דאָס צניפֿל לעפּעטשעט אָן אַן עק וועגן לייבן, וואָס עסן ביכער. די לייבן האָבן שוין אויפֿגעפֿרעסן אַלע ביכער, און דאָס לעפּעטשען – דאָס זענען די ביכער פֿון הײַנט, אָפּגעלייגט ווער ווייס אויף ווען אויף די פּאָליצעס פֿון דער משונהדיקער ביבליאָטעק.
בבֿל װײסט נישט פֿון פּעבל, פֿון שוואַרצן ביין: ניין, יעדע רעדע ווערט באַטראַכט אויף גלײַכע יסודות. באָמבירט זיי מיט פּוטער, אַזוי!
דאָס איז די מעסער־קלינג וואָס האָט אים ליקװידירט, דער אַקערשניט, פֿון וועלכן ס'איז בבֿל אַרויס – און קיין איינציקער קערן האָט זיך ניט געשטעלט קעגן.
מיט טרויער האָט בבֿל אַרומגעוואַשן זייַנע אבֿות, מיט לאַנגזאַמע ווערעם זייַנע גרינדערס באַלוינט.
בבֿל - דער שויס, דאָס אָרט פֿון געבוירן הייבקראַנען אויף צו אויפֿבויען כּל סאָרט פֿאַרברעכנס, זייַן לעבנסוועג איז - אַ קינזשאַל, אַלע רייד הייבן זיך אָן מיט עפּעס צעשטערן.
ווער ס'האָט געשאָרן קופּאָנען מיטן אויפֿגעמאַכס בבֿלס גאָלמעסער – איז געבוירן פֿון אָט דעם געבוי־מיסט: פֿון צוויי בייזע ביתן: דער פֿאָטער - אַ בית, און די מוטער- א בית, און די הייליקע באַבויֽנען זענען געשטאַנען אויף דער וואַך, און דעם קאַנט פּאַטראָלירט.
בבֿל איז – בודאַ וואָס באַגייט זיך אָן ווערטער, בבֿל איז - פּאָרן זיך, מבול און שלאַק, דונער און וואַלפֿיש־געברום, בבֿל איז - טענות, בבֿל איז - האַק, בבֿל איז בוש־בין־לאַדען און – ענדלעך! – דער רום.
בעת סע קרישן זיך פֿעלדזן־פֿאַסאַדן און סע הוידען זיך הויכע פֿענסטער – שטייט Mr.FBI אין אַ זײַט: "ס'טוט מיר לייד".
דאָס לעפּעטשען פֿון כוואַליעס, דאָס לעפּעטשען פֿון ווערפֿן, פֿון די סופּערס און קרעמלעך, פֿון דער שטאָט, אַזוי שטאָלץ מיט איר אייַזן און מיט אירע קעפּ; אָבער וואָס איז לעפּעטשען? - ס'איז גאווה, ס'איז פּולפּיד, פּוּסטע רייד אָדער ווערטער אויף דער שפּיץ צונג, אָדער ס'פֿאָרשפּירן פֿון אַן אומגליק אין די נאָזלעכער בייַ אַן אָקס.
איך - נעם אים אָן, דעם טורעם פֿון בבֿל.
איך בין גרייט פֿון אַ גרעזעלע צו געניסן, כ'זאָל אָבער וויסן,
אַז ס'איז ערגעץ פֿאַראַן אַ סאַבוויי, אַן אַודיֽאָ־סטודיֽאָ, וויי, עפּעס אַ סימן - כ'זאָל גלייבן, אַז נאָך ניט אַלע מענטשן האָבן חרטה וואָס זיי לעבן.
איר ווילט וויסן די סיבה פֿון דעם פֿאַרהיקען זיך און ספּאָטיקען זיך?
איר ווילט זען דער אבֿן־נגף? – צי האָט איר, אַגבֿ, אַזאַ נויט? די טורעמס שאָקלען זיך אויפֿן ווינט ווי אַ שיכּור וואָס זוכט אַ פּלויט, ווי איינער וואָלט זיך גוט אָנגעשאָסן - און בעבעט, און דברט, און רעדט, און קען זיך ניט ספּראַווען מיט דער אייגענער צונג - מיט זײַן האַלב־געפֿירטער מאַריאָנעט.
ט'איז ער, דער בעקער מיט פֿײַער־קוכנס, מיט גרויסע לאַטקעס פּחד און גלוט, און גוואַלדיקע ברויט־לאַבנס, באַשפּריצטע מיט בלוט.
ט'איז פֿלייש, באַדעקט מיט ליאַג, און צעבראָקטער אַספֿאַלט - רויט אויף שוואַרץ, און דאָס ווויען פֿון וועלף אויף דעם שמאָליקן מולד, וואָס ס'איז הײַנט אײַער האַרץ.
בבֿל - אַ פֿאַרשפּילטער שפּילער איןbase-ball , אין דעם בייזן באַל, וואָס ער ווערט שוין באַליסטיש אין הימל.
בבֿל – אַן אייַזליכטל אין מויל, וואָס קלינגט זיס ווי אַ פֿלייטע, אָבער קלאַפּט ווי אין פּויקן מיט טראָפּנס - אַ געפֿערלעכער גרימל.
די טורעמס מיט וואָנצעלעך קרומע דערמאָנען אין ווייַנטרויבן־לאָזעז אויף קראַטעס - אָט איז ער – דער חורבן, וואָס אים האָט געפֿאָדערט גאָט דיאָניסאָס, דער גריך, צו דער טרעפֿונג פֿון מיזרח מיט מערב, צו דעם ניט־וועלן אײַנגײן
אויף קיין שום, ווי ס'הייסט, אָנווערן פֿון דעם אייגענעם "איך".
בבֿל – אַ יום־טוב פֿון אויפֿרופֿן, אַ שׂימחה, באַוואָפֿנט מיט פֿאַקעלן,טרוימען,
אָפּגעשאַפֿטע דורך שענערע טרוימען - און דער אמת פֿון אַזעלכע קראַטערן איז דער קאָסמישער אויפֿרייַס Big Bang, וואָס רײַסט אויף פֿונעם שלאָף, וואָס אין אים איז פֿאַרבאָרגן דער הילכיקער אייַנרייַס צווישן "ס'אַן אומגליק, אַ צופֿאַל"
און "דאָס איז דאָך מיט כּיוון, ס'פֿאַרטראַכט געווען, אלהים!"
דער 1־B - דער באָמבאַרדיר־עראָפּלאַן,וואָס מען בויעט אים, בויעט און בויעט,
און דער קריגשלאָג, און דער קריק־שלאָג אויף קריגשלאָג,
און דער גריגשלאָג אויפֿן שלאָג אויף צוריק!
אָ, די געטאָ, דער פֿאַרצוימטער ראַיאָן, און די שטאָט - אונדזער אַנגסט־רעפּובליק.
עלאַסטיש גענוג אויף זיך מיטן ווינט צו באַוועגן, שטייַף גענוג, אַז די מענטשײט
זאָל'ס ניט באַמערקן, ניט זען און ניט הערן –
און פּלוצעם: בבֿל - אַ בלעזלÎגומע אויף דייַן פּנים, און דו קענסט פֿון אים פּטור ניט ווערן.
בבֿל איז - דאָ. בבֿל איז- ניטאָ. בלויז דער יום־טוב פֿון דאָזײַן.
הייליקע אויפֿרייַסן? הייליקע לאַנד־אָקופּאַציע?
הייליק – דאָס אויפֿרייַסן. הייליק – די לאַנד־אָקופּאַציע.
בבֿל – דאָס װײגעשרײ פֿון אַ מענטשן וואָס טוט זיך אַ ווארף פֿון דער הייך, וווּ אַ צווייטער מענטש שרײַט לעבן אים און זײַן שרײַען ניט הערט.
בבֿל - אַ רגע פֿון דעם פֿליֽען־געפֿיל אין דעם אייביקן בבֿלשן חלשן.
בבֿל - אַ זוניקער שטראַל גיט אַ זעץ אין דעם ערדישן באָדן און צעקלאַפּט זיך אויף ריטשקעלעך שטראַלעכלעך, וואָס צעטרעשטען די ערד
מיט שײַן - אָט אַזאַ מינענפֿעלד.
בבֿל־טורעם.
אויב אַרכיטעקטור איז פֿאַרשטאַרטע מוזיק, זענען די פֿאַררויכערטע שטשערבן סייַ ניגונים, און סייַ אַ בית עלמין, ווי פֿײַער צעגליט – בבֿל בעט זיך מען זאָל אים באַזינגען, ער בעט כאַטש אַ ליד.
ייֽדיש: לעוו בערינסקי